ה'תשס"ט
From Wikipedia, the free encyclopedia
ה'תשס"ט (5769) – אדער אין קורצן תשס"ט – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט פארן 30סטן סעפטעמבער, 2008, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: 18טן סעפטעמבער, 2009. ה'תשס"ט איז א פשוט יאר (מיט בלויז איין חודש אדר) וואס איז לאנג 354 טאג. דאס איז דאס ערשטע יאר צו שמיטה.
מדינת ישראל געפייערט אין יום העצמאות ה'תשס"ט 61 יאר זעלבשטענדיקייט.
לויט דער הלכה, איז יאר ה'תשס"ט דער אנהייב פון א זון ציקל פון 28 יאר, דעריבער מאכט מען די ברכה פון ברכת החמה, מיטוואך י"ד ניסן - אפריל 8, 2009 .